mta.info


בריוו צו ניו יארקער סאבוועיי פארערס



א בריוו פון עליאט דש. סאנדער


טייערע סאבוועיי פארער:

איך בין צופרידען אריינצופירען דעם סאמע ערשטן פארער באריכט. דער באריכט וועט מעסטען דיין ערפארונג מיט אונזער באדינונג און וועט אונז העלפען צו פירען אונזערע קרעפטען צו די געביטן וואס זיינען אמערסטן נויטיק.

דיין פארען איז אונזער אחריות. דיין רייזע דארף זיין באצייטענס, ריין און באקוועם, און אנאנסען דארפען זיין קלאר און אינפארמירנד.

ביטע העלף אונז פארבעסערען דיין באדינונג מיט אויספילען דעם באריכט און דערציילען דיינע ערפארונגען.

דיינע ווערטער זיינען חשוב. אונזער ציל איז צו דינען דיר בעסער.

א דאנק פאר פארען מיט אונז.

מיט אכטונג,

Elliot G. Sander signature graphic
עליאט סאנדער
עקזעקוטיווער דיראקטער און שעף עזעקווטיווער אפיציר
מעטראפאליטאן טראנספארטיישען אויטאריטעט

א בריוו פון הארווארד ה. ראבערטס דשוניאר


טייערער סאבוועיי קונה:

מ.ט.א. ניו יארק סיטי טראנסיט וויל וויסען דיין מיינונג וועגען דיין סאבוועיי ליניע, און וואס וואלסט דו געוואלט אז עס זאל פארבעסערט ווערען.

ביטע פיל אויס און שיק אריין צוריק דעם פארער באריכט-קארטל צו אפשאצען אונזער איצטיקער באדינונג און זאג אונז דיינע פריאריטעטען פאר פארבעסערונגען. די רעזאלטאטען פון דעם באריכט וועלען גענוצט ווערען דער יסוד אויף וועלכען מיר וועלען פארבעסערען אונזער באדינונג און היטען אונזערע ארבעטער. דו קענסט אויך אויספילען דעם באריכט אויפ'ן קאמפיוטער מיט דעם אדרעס (WWW.mta.info) וואו עס געפינט זיך אין 13 שפראכען.

אונדזער פלאן איז דיך צו בעטען אלע יאר אפצושאצען אונדזער באדינונג אויף דיין ליניע.

א דאנק פאר נעמען די צייט אונז צו העלפען. מיר דערווארטען אין פאראויס דיך בעסער צו באדינען.

מיט אכטונג,

Howard H. Roberts signature graphic
האווארד ה. ראבערטס דשוניאר
פרעזידענט
מ.ט.א. ניו יארק סיטי טראנסיט


.